אידל מיטן פֿידל

איציק מאַנגער און אײב עלשטײַן

איבער פֿעלדער װעגן
אויף אַ װאָגן הײ
מיט זון און װינט און רעגן
פֿאָרן קלעזמער צװײ
אַ חידוש אױ אַ חידוש
זאָג װער זענען זײ

אידל מיטן פֿידל
אריה מיטן באַס
דאָס לעבן איז אַ לידל
צאָ װאָסזשע זײַן אין כּעס
הײ אידל פֿידל שמידל
הײ דאָס לעבן איז אַ שפאַס

אַ ציג שטײט אױף דער לאָנקע
און מעקעט טרױעריק םע
הײ דו ציג דו שוטה
טרױעריק זײַן איז פֿע
שאָקלט ער דאָס בערדל׃
טאַקע טאַקע פֿע

אַ פֿױגל פֿליט גוט מאָרגן
גוט מאָרגן אַ גוט יאָר
דער טרױער און די זאָרגן
צו אַל דע שװאַרצע יאָר
דעם װינט אַ לאַך אין פנים
און אידל אידל פֿאָר